צצת, עמפמ1נז} עפ1םתמ1נצ 8 1611 6אעמ2ת21ע9פ אעצע1פ
1 .טס זאו
8 טע ושע ופאזע אן
6,)ס 111006 1085 0/6סט 4111 {ס 0וס1696/0011ט +1וסווםוװזזסת
9 2/1114160 65 וודנוזטן 6 /וט
2
א נאת:) 8008 בפוסםס1צ 41 8,110 ,וו
9 211ע9 ,81,455 , 1451 11 1 4,
אט דאעס צססם תמפנסטפנצ 41 א10דע, א פדדעפט4-4 ,59 1א , 1דפ עט 1ד דע
60 881124מ19110פסנצ | 250-4900 413
)תע0ס. מע ויאע6אצ0ס80מגפ1נסמ1צ. ציעלעץ
עתד תסע ספאזספתאש? עס ןא,זא צתע4א תמ1ן1 תפ1וממנצ }ג,;11טסו1ם סתע8 ןעפ אק צ4ע1פ
;צם פעפונצסעע ,לע
4 1 01960ט) .ם 1006 1
1 1זט06ץט) 106 67 4716/ /ד111זזם1 11811ט711ב) זזוסנוזש6פ 1116 101111601101 1 ז111/50//10 .ם חזחטזסם הוח 100016 8160 208 06 +ז6ט10 1ס1011110011 16/3008 151911160118 0561 .כן /161
1010111115/6 800 614 5001 101111601101 679ט0111/'ש 160116116 8114 /רזזהבן 2 עס פמתאטזםץ סא פּמתעמזאתזא זא ז6116) 000 310615/1 8 1101
{ססתץפ 1201010021 8 68000/4.18קן 201060 עס ,6טחט 6װ00/66 סת 1 זסז1 002068 תסתק010ס עטס ע10 תסחהז1קפת1 סת 1 . ש016811014 100150 04 .151261 ,0ז16:05216 }0 1ת11202 600161/' 2084 0ס1סת 406 שט 4692 8
1285 /?זסקןסענק 4611606021ת1 סת8 +12עץעקסס 106 16506048 /6016-) 8008 ת310015 21ת14210 סת 1 תזגמנסס ססטק סח} ת1 /6ח614 18 4106 415 ,1606טשסתא עטס 04 0684 106 10 .פאססט ;טס תז -1460414160 06 גס ז106ס0 124עץעקסס +תסעזטס סת חס1תטצ 104 אעסטץ תגםקזס תג 15 +1 עס -- 0068 סתטז ששסחא טסץ 14 עס - צעסטצ 4018 0 +18צץקסס 6ע2061 תג 0(סת טסץ 1 .18061ט0ץ8ע01981121110 21 11גתזס צט עס ,153א 413-256-4900 24 סתסתק עט 5ט 024204ס 16256קן
אַלמאַנאַך
פֿון יידישן פֿאָלקס-אַרדן
פֿאַרלאַג פֿון יידישן פֿאָלקס-אָרדן
0---5טע עוועניו, ניוייאַרק 11, נ. י.
7 ,816111צ02)
צם 1412 8008
06 }0 8ממת0ס 8 אותטיזע, תת פ'ם 2801 פזשימ( 0 שש 1
יצ אב ,11 8;ס+ 1466 .496 568---80
1410160 18 }26 11 9. /4
יי 453
פֿאָר וו אָר ט
דער אַלמאַנאַך ,אין דינסט פֿון פֿאָלק" איז דאָס דריטע װוערק פֿון דעם מין, װאָס דער יידישער פּראַטערנאַלער אָרדן גיט אַרױס. אין 1940 איז דערשינען דער אַלמאַנאַך ,דער בײיטראָג פֿון די יירן צו דעם אױפֿבױ פֿון אַמעריקע" און אין 1944 -- דער אַלמאַנאַך ,אונדזער פֿאָלק" (אין ענגליש --- אַור פּיפּל?),
וי אין די פריערדיקע צוויי אַלמאַנאַכן, האָבן מיר אויך אין איצטיקן בוך געשטרעבט -- אױפֿן ערשטן אָרט -- העלפֿן פֿאַרטיפֿן דעם זעלבסט- באַוואוסטזיין און די דערקענטעניש פון דעם אַמעריקאַנער יידן וועגן זיין ראָלע, בײַטראָג און אָרט אין דער פֿילפֿעלקערלעכער אַמעריקאַנער נאַציע, צוזאַמען'מיט די פּראַגרעסיווע שיכטן פֿון דעם אַמעריקאַנער פֿאָלק און פֿון אַמעריקאַנער אַרבעטער-קלאַס זעט דער יידישער פֿראַטערנאַלער פֿאָלקם- אָרדן דאָס אַמעריקאַנער לעבן און די אַמעריקאַנער דעמאַקראַטיע וי דעם באַשאַף פֿון די נאַציאָנאַלע גרופּעס, װאָס שטעלן מיט זיך צוזאַמען דאָם אַמעריקאַנער פֿאָלק, און די אַמעריקאַנער קולטור --- וי דעם פּדאַ- דוקט פון אָט דעם פֿילפֿעלקערלעכן סינטעז.
אַרױסגײענדיק פֿון אָט דער איינשטעלונג, איז עס דעריבער געווען נאַטירלעך אַז די אַלמאַנאַכן, װאָס דער פֿאָלקס-אָרדן האָט אַרױסגעגעבן, זאָלן געבן פֿאָרצוג און שטעלן דעם טראָפּ אויף דעם בײיטראָג פֿון די יידן צו אַמעריקע -- איר געשיכטע, איר אַנטװיקלונג, אירע פֿרײהײט-קאַמפֿן און איר קולטור, אויף װיפֿיל דער יידישער פֿראַטעונאַלער פֿאָלקס-אַרדן האָט אין משך פֿון די 17 יאָר פֿון זיין עקזיסטענץ געמאַכט זיין בײיטראָג צום יידישן לעבן און צום יידישן קולטור-בוי אין אַמעריקע -- זיינען די אַרכעטן וועגן פֿאָלקס-אָרדן אַלע מאָל געווען אַן אינטעגראַלער טייל פֿון די אַלגעמײנע אַרבעטן וועגן יידישן לעבן דאָ אין לאַנד,
אָבער די אלמאַנאַכן פֿון אָרדן האָבן אַלץ מאָל געזוכט אויסצודריקן מיט זיך אויך דעם צווייטן געדאַנק פֿון אונדזער איינשטעלונג בנוגע דעם יידישן לעבן און דער יידישער קולטור : מיר זעען דאָס יידישע לעבן אין אַמעריקע בלויז וי איין טייל פֿון יידישן פֿאָלקס-לעבן איבער דער גאַנצער
וועלט, און די יידיש-אַמעריקאַנער קולטור-שאַפֿונג--װי אַ טייל פון דער גרויסער יידישער פּראָגרעסיווער וועלט-קולטור, װאָס ווערט געשאַפן אין אַלע לענדער. מיר האָבן דעריבער געשטרעבט גאַנץ צו מאַכן דאָס בילד פֿון דעם אַמעריקאַנער יידישן לעבן דורך די בילדער פֿון יידישן לעבן אין אַלץ ישובים איבער דער וועלט--אין פאַװועטפֿאַרבאַנד, אין פּאַלעסטינע, אין פּױלן, אין די לענדער פֿון דרום-אַמעריקע, פֿראַנקרײך, און אין אַלע אַנדערע לענדער.
אין איצטיקן אַלמאַנאַך האָבֿן מיר געצילט אַרויסצוברענגען, דער עיקר, דעם יידישן קולטור-בוי אין א צאָל לענדער. נאָכן אוממענטשלעכן חורבן, װאַס אונדזער פֿאַלק איז אױיסנגעשטאַנען די לעצטע יאָרן פֿון די הענט פון דעם דייטשישן פֿאַשיזם, נאָכן גרויסן קולטור-חורבן -- האָבן מיר געזוכט צוזאַמעננעמען, אויף װיפֿיל עס איז נאָר געווען דערגרייכבאַר, דעם סך- הכּל --- ניט אַזױ פֿון חורבן -- וי פֿון דעם אָנהױב פֿון קולטור-אױפֿבױי, װאָס גייט אָן אין אַלע לענדער פֿון דער וועלט, איצט בעת אונדזער פֿאָלק שטייט צום לעבן אויף. די אַרבעץטן, װאָס זיינען איינגעשלאָסן אין דער אָפּ- טיילונג , נייע יידישע צענטרען אויף דער וועלט", גיבן אונדז צוזאַמען מיט דער טראַגיק פֿון חורבן אויך און, דער עיקר, דעם אָטעם פֿון ווידער" אױפֿבױ, פֿון ווידער-געבורט.
, און אָט דעם אָנהױיב פֿון נייעם קולטור-בוי אין אַלע לענדער, אַ בוי װאָס פֿאַרקערפּערט אין זיך דעם אויסדויער און די לעבנס-פֿעאיקײיט פֿון דער יידישער פֿאָלקס-קולטור --- ווידמען מיר אין פֿולער באַשײדנקייט אונדזער קליינעם בײיטראָג, דעם נייעם אַלמאַנאַך פֿון יידישן פֿראַטערנאַלן פֿאָלקם- אָרדן -- ,אין דינסט פֿון פֿאָלק".
פֿאַרן נאַציאָנאַלן שול- און קולטור-קאָמיטעט פֿון יידישן פֿראַטערנאַלן פֿאָלקס-אָרדן
רעדאַקציע: א. גאָלדבערג ר. זאַלצמאַן י. א. ראָנטש
דער ידישער פֿאַלקס-אַרדן
דער יידישער פֿראַטערנאַלער פֿאַלקט אָרדן אױפֿן 18טן יאָר
באַריכט פֿון גענעראַל-פעקרעטאַר צו דער 7טער קאַנװענשאָן פֿון דעם יידישן פֿראַטערנאַלן פֿאָלקס אָרדן אין אַמעריקע (אָפּגעהאַלטן איַן קעמפּ ,קינדערלאַנד", יוני 12--185, 1947)
פֿון ר. זאַלצמאַן
טייערע חברים דעלעגאַטן ; ,צװישן די גרויסע װאָלקנס רויך און פֿײיער אין אַלע װוינקלען פֿון דער ערד, וואו אונדזערע זין און טעכטער קעמפֿן קעגן דעם ביטערסטן שונא פֿון דער װעלט, זעט זיך שוין דער טאָג פון זיג. מיר גיבן היינט אונדזער הײיליקן צוזאָג, אַז קיין זאַך װעט פֿאַר אונדז ניט זיין צו שװער, און קיינע קרבנות ועלן מיר ניט זשאַלעװען, כּדי צו דער" גרייכן דעם לאנגידערװארטעטן טאָג פֿון זיג און פֿון פֿרידן", אָט מיט די ווערטער האָבן מיר גע" שלאָסן דעם באַריכט צו דער זעקסטער קאָנװענשאָן פֿון אונדזער אָרדן אין יוֹלִי 1944,
אונדזער ביײיטראַ; צום זי
איר אַלע פֿאַרזאַמלטע דעלעגאַטן זייט לעבעדיקע עדות, אַז מיר האָבן געטאָן אַלץ װאָס איז געווען אין אונ- דזערע כּוחות כּדי אָט דעם פֿײיערלעכן צוזאָג פֿולשטענדיק צו דערפֿילן -- מיר, די עלטערן, אױפֿן היים פֿראָנט, און אונדזערע זין און טעכטער אויף די | שלאַכטפֿעלדער. דאָס האָבן מיר געטאָן ניט נאָר נאָך דעם 6טן צװאַמענפֿאָר
פֿון אונדזער אָרדן, נאָר שוין לאַנג פֿאַר דעם צוזאַמענפֿאָר. פֿון דעם ערשטן טאָג ווען דער פֿאַשיזם איז באַפֿאַלן אונדזער לאַנד, האָבן מיר געגעבן אונדזער אומ- באַגרענעצטע הילף צו שלאָגן דעם שונא,
מיר װעלן ניט פֿאַרגעסן די טעג, ווען דער רויטער קרייץ האָט גערופֿן צו געבן בלוט פֿאַר אונדזערע פֿאַר- וואונדעטע סאָלדאַטן און אונדזער גאַנ- צע מיטגלידערשאַפֿט האָט שנעל און מיט אחריות געענטפֿערט; מיר װעלן ניט פֿאַרגעסן וי אַזױ אָפֿט מאָל זיינען גאַנצע ברענטשעס, קלענערע און גרע- סערע, געגאַנגען װוי אַ קאָלעקטיו צו געבן זייער בלוט. די פֿירערשאַפֿט פֿון אונדזער אָרדן האָט אין אַלע וויכטיקע צענטערן פֿון לאַנד גענומען די איני" ציאַטיווע צו אָרגאַניזירן עװיקטאָרי- צענטערן" מיטן צוועק צו פֿאַרשטאַרקן די מאָראַל און פֿאַרקױפֿן טויזנטער מלחמה-באָנדס צװוישן דער באַפֿעלקע- רונג,
צען טויזנט פֿון אונדזערע מיטגלי- דער און זין און טעכטער פֿון אונדזע-
רע מיטגלידער האָבן געדינט אין דער אַרמײ, אין פֿלאָט, די מאַרינען, אין דער אַװיאַציע. אויף אַלע פֿראָנטן האָבן זיי זיך אויסגעצייכנט. מיר האָבן מיטגע- האָלפֿן צו מאָביליזירן די ברייטע אַמע- ריקאַנער עפֿנטלעכקײט פֿאַר אַלע ספּע- ציעלע געזעצן, װאָס זיינען נויטיק גע- ווען צו פֿאַרזיכערן דעם זיג. אונדזערע מיטגלידער האָבן אַװעקגעגעבן זייערע כּוחות אין די פֿאַבריקן און זאַװאָדן צו שמידן געווער. צו שלאָגן דעם שונא,
צוזאַמען מיט אַלע אַנדערע נאַציאָ- נאַלע געזעלשאַפֿטן אין אונדזער אֶרדן האָבן מיר אין יענער צייט געאַרבעט מיט אַזאַ שוואונג, װאָס װעט לאַנג אָפּ- געשאַצט ווערן אין דעם אַמעריקאַנער לעבן. ליידער האָבן מיר זיך געמווזט באַנוגענען מיט בלויז אַ פּאָר ווערטער וועגן אָט דעם קאַפּיטל. איך בין זיכער, אַז די אַרײינקומענדיקע פֿירערשאַפֿט װועט האַלטן איר גרויסן חוב אין דער נאָענטער צוקונפֿט, אָפּצוגעבן אַ פֿול- שטענדיקן חשבון וועגן אָט-דער אַר- בעט, | מיר האָבן דערלעבט דעם טאָג ווען דער שונא איז געשלאָגן געװאָרן און יעדער איינער פֿון אונדז דאַרף זיך פֿרעגן: עס איז שוין באַלד צוויי יאָר זינט דער פֿאַשיזם איז באַזיגט געװאָרן אויף די שלאַכטפֿעלדער, וי אַזױ װוערן געלייזט די נאָך-מלחמהדיקע פּראָבלע- מען ? װאָס פֿאַראַ בײיטראָג האָט אוג- דזער לאַנד געמאַכט, צו היילן די שווע- רע וואונדן װאָס די מלחמה האָט פֿאַר- אורזאַכט אין אַלע טיילן פֿון דער וועלט? װאָס איז געװאָרן פֿון די פֿײיערלעכע צוזאָגן, װאָס די פֿירער פֿון אונדזער לאַנד האָבן געגעבן דעם אַמעריקאַנער אַרבעטער-קלאַס און די פֿאָלקס-מאַסן בכלל וועגן אַ גליקלעכערן, בעסערן
7
לעבן נאָכן זיג? מיר האָבן ניט נאָר אַ רעכט, נאָר אַ פֿליכט אַלס אַמעריקאַ- נער בירגער און אַלס יידן --- צו שטעלן אָט-די פֿראַגעס. יאָ, ספּעציעל אַלס יידן, ווייל היטלער האָט דערקלערט מלחמה קעגן די יידן מיט זעקס יאָר אײַדער ער האָט אָנגעהויבן די מלחמה מיט אַנ- דערע לענדער. מיר האָבן פֿאַרלױרן
אין דער איצטיקער מלחמה מער וי
אַ דריטל פֿון דער גאַנצער יידישער באַפֿעלקערונג אין דער ועלט. זעקס מיליאָן יידן האָט דער פֿאַשיזם פֿאַר- ניכטעט אין אײיראָפּע; און פֿאַר די יידן האָט זיך די מלחמה נאָך ניט פֿאַרענ- דיקט, נאָך איצט, קאַרגע צויי יאָר נאָך דעם וי דער פֿאַשיזם איז באַזיגט געװאָרן, געפֿינען זיך נאָך אַלץ אַ פֿערטל מיליאָן היימלאָזע יידן אין קאָנ- צענטראַציע-קעמפּס. זיי לעבן דאָרטן אונער שרעקלעכע באַדינגונגען. טויזג- טער װאָס האָבן זיך באַװויזן אַרויסצו- ראַטעװען פֿון די נאַצישע נעגל, זיינען אומגעקומען אין אָט די קעמפּס. דער יידישער ישוב אין פּאַלעסטינע לעבט אויף אַ ואולקאַן. די בריטישע און אַמעריקאַנישע אימפּעריאַליסטישע כּו- כות האָבן געטאָן אַלץ כּדי ניט צו דער- לאָזן, אַז די פּראָבלעמען זאָלן דאָרטן. געלייזט ווערן אויף אַזאַ אופֿן, אַז ביידע פֿעלקער, די יידן און די אַראַכער, זאָלן קאָנען אַנטװיקלען אַ זעלבסטשטענדיק פֿרײ לעבן. און ביי אונדז אין די פֿאַר- אייניקטע שטאַטן װאַקסן די אַנטיסעמי- טישע כּוחות. היטלערס שרעקלעכע ירושה ווירקט נאָך ליידער אין אַ סך ווינקלען איבער דער ערד,
די נאַָר"מלחמחדיקע רעאַקציע די רעאַקציע ביי אונדז אין לאַנד האָט אױפֿגעהױיבן איר קאָפּ נאָך איידער
פ. ד. רוזװעלט
די קאַנאָנען אויף די שלאַכטפֿעלדער האָבן אױפֿגעהערט שיסן. גלייך נאָכן טויט פֿון פֿרענקלין ד. רוזוועלט זיינען די רעאַקציאָנערע און די פֿאַשיסטישע און האַלב-פֿאַשיסטישע כּוחות, װאָס האָבן פֿריער זיך געמוזט באַהאַלטן | אונטער דער ערד. אַרױפֿגעקומען אויף דער אױיבערפֿלאַך און זיך פֿאַראײיניקט צו מאַכן די שאַרפֿסטע אָנגריפֿן קעגן די לעבנס-אינטערעסן פֿון אַמעריקאַנער פֿאָלק, קעגן דעם אַרבעטער-קלאַס, קעגן זיינע טרעיד-יוניאָנס, מיטן ציל אָפּצונעמען ביי אים די געוואונענע פּאָזיציעס װאָס ער האָט זיך דערשלאָגן אין צייט פֿון דער מלחמה,
מיר האָבן געזען די גרויסע געפֿאַרן שוין פֿאַראַיאָרן. ביי אַ זיצונג פֿון דער נאַציאָנאַלער באָאַרד אין 1946, באַט- ראַכטנדיק די ניי-געשאַפֿענע לאַגע, האָבן מיר אָנגעוויזן, אַז די גרעסטע געפֿאַר פֿאַר דער וועלט און פֿאַר אונ- דזער לאַנד, און פֿאַר די יידן בפֿרט,איז
די געפֿאַר פֿון אַ דריטער וועלט-מלחמה, אונדזער אַרבעט מוז דערפֿאַר געפֿירט ווערן אין דער פֿאָלגנדיקער ריכטונג: (1) פֿאַר שלום, קעגן אַ דריטער וועלט- מלחמה ; (2) פֿאַר דער אייניקייט פֿון די
פֿאַראײניקטע פֿעלקער אונטער דער
פֿירערשאַפֿט פֿון די דריי הויפּט מלו- כות : (3) פֿאַר די פּאַליסיס פֿון פֿרענק- לין ד. רוזוועלט, סיי אין דער פֿראַגע פֿון אייניקייט פֿון די פֿאַראײניקטע פֿעלקער און שלום, און סיי אין דער פֿראַגע פֿון אַ בעסער עקאָנאָמיש לעבן פֿאַר די פֿאָלקס-מאַסן אין די פֿאַראײ- ניקטע שטאַטן און איבער דער גאַנצער וועלט,
אין דעם לעצטן יאָר איז נאָך קלאָ- רער געװאָרן, אַז דאָס זיינען די הויפּט פּראָבלעמען װאָס שטייען איצט פֿאַר דער וועלט און פֿאַר אונדזער לאַנד. כּדי די אױיבנדערמאָנטע צילן זאָלן דער- גרייכט ווערן, מוז געשאַפֿן װערן דער ברייטסטער אַנטיפֿאַשיסטישער פֿראָנט װאָס איז היינט נאָך נויטיקער וי אין דער צייט פֿון מלחמה,
די װאַלן אין 1944, 1946 און די קו" מענדיקע װאַלן אין 1948
עס איז נויטיק כאָטש אַ בליק צו טאָן אויף די געשעענישן אין די לעצטע דריי יאָר.
ווען עס איז אָפּגעהאַלטן געװאָרן אונדזער לעצטע קאָנװענשאַן אין יולי 4, האָט זיך דאָס גאַנצע לאַנד גע- גרייט צו די נאַציאָנאַלע װאַלן. פּרע- זידענט רוזוועלט האָט אַרױיסגעשטעלט זיין קאַנדידאַטור צום פֿערטן מאָל און קעגן אים האָבן זיך פֿאַראײניקט אַלע רעאַקציאָנערע כּוחות און ניט קוקנדיק אויף דעם װאָס אַרום דער רעפּובליקאַ- נער פּאַרטײ האָבן זיך אַרומגערינגלט
ניט נאָר די אָפֿענע רעאַקציאָנערן נאָר אויך די באַהאַלטענע כּוחות, און ניט קוקנדיק אויף דעם װאָס די אישו צו דערוויילן אַ פּרעזידענט פֿאַרן פֿערטן טערמין איז אין ליכט פֿון די אַמערי- קאַנער טראַדיציעס געוען פֿון אַזאַ כאַראַקטער, אַז זי האָט אַרײנגעשפּילט אין די הענט פֿון די פֿינצטערע כּוחות איז דאָך פּרעזידענט רוזוועלט דער- וויילט געװאָרן.
װאָס איז געווען פֿאַראַנטװאָרטלעך פֿאַר דעם זיג? די ברייטע דעמאַקראַ- טישע קאָאַליציע װאָס איז געשאַפֿן געװאָרן אין יענע װאַלן. דער גשבורט פֿון אָט דעם נייעם און וויכטיקן כּוח אין אַמעריקע -- ;די קאָמיטע פֿאַר פּאָליטישע אַקציע? פֿון דעם סי-אַי-אָ (;פּאַק*) און די פֿאַרשטאַרקונג פֿון דער אַמעריקען לײבאָר פּאַרטײ אין נין- יאָרק. דער פּרעזידענט פֿון דער ,סי. איי. אָ.", פֿיליפּ מאָרעי, האָט געזאָגט: ;עס איז אונדזער מיינונג, אַז 'פּאַקי איז אפֿשר געווען דער אַנטשײדנדיקער פֿאַקטאָר צו באַשטימען דעם וייטער- דיקן שיקזאַל פֿון אונדזער לאַנד".,
יענע װאַלן זיינען ניט געווען קיין ענין בלויז פֿאַר פּאָליטישע פּאַרטײען אין פּאָליטישע מאַשינען, נאָר זיינען געווען פֿאָלקס-װאַלן אין פֿולן זינען פֿון װאָרט, פֿאַר דער ווידער-דערויי- לונג פֿון פּרעזידענט רוזוועלט זיינען איבערן גאַנצן לאַנד אָרגאַניזירט גע װאָרן אָרגאַניזאַציעס און אַפּאַראַטן װאָס זיינען אַרױסגעװאַקסן פֿון דער טיפֿעניש פֿון די פֿאָלקס-מאַסן. די גרעסטע און בעסטע קינסטלער, די אָנגעזעענסטע פּערזענלעכקייטן אין דעם אַמעריקאַנער לעבן האָבן זיך ג9- שטעלט אין שפּיץ פֿון די פֿאָלקס-באַ- וועגונגען פֿאַר דער וידער-דערויי-
פֿיליפּ מאַרעי
לונג פֿון פּרעזידענט רוווועלט, .
אין יענע יװאַלן איז אויך פֿעסט- געשטעלט געװאָרן די גרויסע און וויכ- טיקע פּראָגרעסיוע ראָלע װאָס די נאַציאָנאַלע גרופּעס אין די פֿאַראײ- ניקטע שטאַטן האָבן געשפּילט,
צום באַדױערן אָבער, האָט זיך פֿון דעם גרויסן פֿאָלקס-זיג אױסגעלאָזן אַ טייך. די רעאַקציאָנערע כּוחות אין דער דעמאָקראַטישער פּאַרטײ, נישט זייענדיק בכּוח צו מינדערן פּרעזידענט רוזוועלטס אומגעהויערע פּאָפּולאַרי- טעט צווישן אַמעריקאַנער פֿאָלק, האָבן זיך מאָביליזירט אויף דער דעמאָקראַ- טישער נאַציאָנאַלער קאָנװענשאָן, נישט צו דערלאָון אַז דער װויצע-פּרעזי- דענט הענרי אַ. װאַלאַס, רוזוועלטס װויכטיקסטער מיטקעמפֿער פֿאַר די אינטערעסן פֿון דעם אַמעריקאַנער פֿאָלק, זאָל װידער אַמאָל נאָמינירט ווערן פֿאַר דעם זעלבן אַמט. זיי האָבן נאָמינירט אַנשטאָט אים טרומאַנען פֿאַר וויצע"פּרעזידענט. זעקס חדשים נאָך די װאַלן איז פּרעזידענט רוזוועלט גע- שטאָרבן. זיין פֿריצײטיקער טויט איז געווען און איז פֿאַרבליבן אַ גרויסער קלאַפּ פֿאַר די פֿאָלקס-מאַסן. אַנשטאָט פֿאָרצוזעצן רוזוועלטס פּאָליסיס, אַנש-
טאָט צו פֿאַרטײדיקן די לעבנס-אינטע- רעסן פֿון די אַמעריקאַנער מאַסן קעמפֿן קעגן. רעאַקציע, האָט טרומאַן זיך קודם-כּל אונטערגעװאָרפֿן צו די | פּאָליסיס פֿון די פּראָפֿיטירער און גע" בראַכט צו דער אָפּשװאַכונג פֿון רוו" וועלטס פּראָגרעסיווער קאָאַליציע מיטן אַרבעטער-קלאַס און מיט אַלע ליבע- ראַלע עלעמענטן. אַנשטאָט נאָכצופֿאָלגן פּרעזידענט רוזוועלטס פֿרידנס-פּאָלי- טיק, האָט עֶר אָנגענומען אַ רעאַקציאָ- נערע פּאָליסי, --- די באַרימטע ;געט טאָף?-פּאָליסי. דאָס האָט געבראַכט צו דעם אַז די גרויסע מאַסן האָבן נישט געזען קיין אונטערשייד צװישן דער פּלאַטפֿאָרמע און טאַקטיק פֿון טרומאַנען און דער פּלאַטפֿאָרמע און טאַקטיק פֿון דער רעפּובליקאַנער פּאַרטײ. אונטער דעם דרוק פֿון דעם רעפּובליקאַנער אָנגריף, אונטער דעם מאַנעװער פֿון אַ כּלומרשט צויי-פּאַר- טייאישער אייניקייט, האָט טרומאַן פֿול- שטענדיק קאַפּיטולירט צו די רעאַקי ציאָנערע כּוחות אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן,
דער רעזולטאַט פֿון דער קאַפּיטו- לאַציע איז געווען, אַז אין די װאַלן פֿון נאָוועמבער, 1946, האָבן די הוא- ווער-:טעפֿט-װאַנדענבערג כּוחות גע" קראָגן אַ מערהייט אין דעם קאָנגרעס און אין סענאַט. צוליב דעם זיג פֿון די רעפּובליקאַנער רעאַקציאָנערן, געפֿינט זיך היינט דאָס לאַנד אין די הענט פֿון די, װאָס ווילן פֿאַרניכטן אַלץ, װאָס פּרעזידענט רוזוועלט מיט זיינע פֿאַר- אייניקטע פּראָגרעסיווע כּוחות האָבן
אױפֿגעטאָן פֿאַר די אַמעריקאַנער מאַסן .
אױפֿן עקאָנאָמישן, פּאָליטישן, און אויף אַלע אַנדערע געביטן פֿון אַמעריקאַנער לעבן.
10
פֿאַרשטאַרקן די פּראָגרעסיוע כּוחות
פֿונדעסטװעגן וועט זיין אַ גרויסער טעות צו דענקען, אַז די רעזולטאַטן פֿון די לעצטע װאַלן שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ ווענדונג אויף רעכטס, ניין, די אַמעריקאַנער באַפֿעלקערונג אַלס גאַנ- צע האָט זיך נישט אָפּגעקערט פֿון רוז- וועלטס פּאָליסיס, פֿון זיין עקאַנאָמישן ,ביל אָװו ראיטס", פֿון זיין פֿרידנס- פּאָליטיק. עס װעט אויך זיין פֿאַלש צו ציען דעם שלוס, אַז נאָך רוזוועלטס טויט איז דער זיג פֿון די רעפּובליקאַ- נער געווען אומפֿאַרמײדלעך. װאָלטן די כּוחות, װאָס האָבן זיך באַװיזן אין דער לעצטער שטופֿע פֿון די װאַלן און נאָך די װאַלן --- די װאַלאַס-קרעפֿטן, די שיקאַגאָער קאָנפֿערענץ פֿון דער ;סי. איי, א" --- ,פּאַק" און אַנדערע אומאָפּהענגיקע גרופּעס. -- צעמענ- טירט געװאָרן פֿאַר די װאַלן, װאָלטן די רעפּובליקאַנער אָן ספֿק געשלאָגן גע- װאָרן,
פֿון דעם װאָס מיר האָבן דאָ געזאָגט ווערט קלאָר, אַז די פּראָגרעסיוע כּו- חות מוזן זיך שוין אָנפֿאַנגען גרייטן צו דעם גרויסן היסטאָרישן פֿאַרמעסט אין יאָר 1948, די װאַלן אין 1948 קאָ- נען אומקערן צוריק די רעגירונג צו דער פּראָגרעסיוער קאָאַליציע. אונ- דזער אָרדן אַלס אַ גאַנצער, אַלע זיינע 5 נאַציאָנאַלע געזעלשאַפֿטן. אונדזער יידישער פֿראַטערנאַלער פֿאָלקס- אָרדן, כאָטש נישט קין פּאָליטישע אָרגאַניזאַציע, דאַרף העלפֿן מיט אַלע זיינע כּוחות צו צעמענטירן די דעמאָ- קראַטישע פֿאַראײניקונג, װאָס זאָל קאָ- נען מאָביליזירן אַלע דעמאָקראַטישע, אַנטי- פֿאַשיסטישע, אַנטי-מלחמה כּו-
הענרי ואלאַס
חות, אָפּגעזען פֿון זייערע געזעלשאַפֿט- לעכע, פּאָליטישע, טרעיד-יוניאָן, אָדעױ פֿראַטערנאַלע אָנגעהעריקײטן,
עקזיסטירן די כּוחוֹת פֿאַר דעם גרויסן דעמאָקראַטישן פֿראָנט? עס איז אונדזער מיינונג אַז יאָ. דעם 29סטן דעצעמבער, 1946, גלייך נאָך די לעצ- טע װאַלן. איז רעאָרגאַניזירט געװאָרן אָס די גרופּירונג װאָס האָט געשפּילט
אַ גװאַלדיקע ראָלע אין דער ווידער-'
דערוויילונג פֿון פּרעזידענט רוזוועלט
-- די ;אינדעפּענדענט סיטיזענס קאַָ- מיטע? און די ,קאָמיטע פֿאר פּאָליטי- קעל עקשאָן". ביידע גרופּעס, צוזאַמען מיט אַנדערע קלענערע גרופּעס, האָבן זיך פֿאַראײניקט אין דער ,פּראָגרעסיו סיטיזנס אָוו אַמעריקע". אין דער שפּיץ פֿון דער נייער אָרגאַניזאַציע געפֿינט זיך אַ צאָל פֿון די סאַמע וויכטיקסטע פֿירער פֿון דער אַרבעטער-באַװעגונג און פּראָמינענטע בירגער בכלל,
אַז מיר געבן אַ בליק אויף דער פּלאַטפֿאָרמע װאָס די , פּראַגרעסיו סי- טיזנס אָװו אַמעריקע? האָט אָנגענומען,
11
פֿילן מיר, אַז אַרום איר קענען זיך פֿאַראײניקן די ברייטסטע אַמעריקאַנער פֿאָלקס-מאַסן, זי דערקלערט אַז דער קאַמף פֿאַר פֿולער באַשעפֿטיקונג איז אַ קאַמף פֿאַרן לעבן פֿון אַמעריקאַנער פֿאָלק. אין דער פֿראַגע פֿון מלחמה און פֿרידן, זאָגט זיך די פּלאַטפֿאָרמע אַרוס פֿאַר דער פֿולער קאָאָפּעראַציע פֿון די פֿאַראײניקטע פֿעלקער. דער קאַמף פֿאַױ פרידן איז אַ קאַמף פֿאַרן לעבן און וואוילזיין פֿון די פֿאַראײניקטע שטאַטן אוֹן פֿון דער גאַנצער וופלט, זאָגט די פּלאַטפֿאָרמע, אָט די פּלאַטפֿאָרמע און די באַנער-טרעגער פֿון דער פּלאַט- פֿאָרמע קאָנען צוריק אױפֿלעבן די פּאַ- ליסיס פֿון פּרעזידענט רזװועלט אין זער ברייט און לענג פֿון די פֿאַראַײ- ניקטע שטאַטן און קאָנען צוריק- שלאָגן די אַטאַקעס פֿון די פֿינצטערע כּוחות װאָס דריקן זיך באַזונדערס אויס אויף דעם אינטערנאַציאַנאַלן געביט אין דער ;טרומאַן דאָקטרינע" און אויף דעם אינערלעכן געביט אין די אַנטי- אַרבעטער-געזעצן פֿון האַרטלי און טעפֿט װאָס ווערן מיט רעכט באַטראַכט פֿון דער גאַנצער טרעיד-יוניאָן-באַווע- גונג אַלס די ערשטע טריט צום פֿאַ- שיזם. אונדזער אָרֹדן, װי אַן אָרגאַני- זאַציע װאָס איז ענג פֿאַרבונדן מיט די פֿאָלקס-מאַסן, דורכגעדרונגען מיט זיי- ערע נויטן, װעט מון פֿאַרנעמען אַ וויכטיקע פּאָזיציע אין אָט-דעם גרויסן קאַמף, װאָס װעט זיך אין די קומענדי- קע חדשים פֿונאַנדערװיקלען איבער גאַנצן לאַנד,
יידישער װעלט"קאַנגרעם
דעם 12טן אױגוסט פֿון היינטיקן יאָר װעט זיך אין אײיראָפּע פֿאַרזאַמלען
דער צווייטער אַלװעלטלעכער יידישער קאָנגרעס. אָט-דער קאָנגרעס קאָן און דאַרף ווערן איינע פֿון די װיכטיקסטע געשעענישן אין דעם לעבן פֿון די יידן איבער דער וועלט. צו אונדזער גרויסן באַדױערן זעט זיך אָבער דערווייל ניט, אַז די פֿירער פֿון דעם װעלט-קאָנגרעס זאָלן גיין אין אָט דער ריכטונג. ס'איז איצט שוין אָנהייב יוני, ווען דער באַי ריכט ווערט געשריבן, און מען ווייסט נאָך אַפֿילו נישט די טאָג-אָרדענונג פֿון דעם קאָנגדעס,
מיר ווייסן ניט װאָס פֿאַר אַ סאָרט װאַלן עס וועלן פֿאָרקומען אין אַנדערע לענדער. מיר ווייסן שוין אָבער יאָ, אַז אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן װעלן ניט פֿאָרקומען קיין דעמאָקראַטישע װאַלן צום ועלט-קאָנגרעס. און די ברייטע יידישע מאַסן װעלן ניט אַרײנ- געצויגן וערן אין אָט-די װאַלן, אַזױ וי דאָס איז געטאָן געװאָרן צום ערשטן אַלװועלטלעכן קאָנגרעס אין 1936, אַפֿיי לו אין די ראַמען פֿון דער איצטיקער פֿאָרמע פֿון װאַלן װעט מען אויך ניט לאָזן די ברייטערע דעמאָקראַטישע כּו" חות קומען צום אויסדרוק. עס איז רעכט ביי די פֿירער פֿון דעם אַמערי קאַנער יידישן קאָנגרעס אַז אַן אָרגאַ- ניזאַציע װאָס פֿאַרמאָגט 1,000 מיט- גלידער זאָל קריגן די זעלבע פֿאַר- טרעטערשאַפֿט וי אַן אָרגאַניזאַציע װאָס פֿאַרמאָגט 60,000 מיטגלידער. פֿאַר די ציוניסטישע אָרגאַניזאַציעס ווערן בכלל געמאַכט אױסנאַמען. זי האָט מען דירעקט געגעבן איין פֿערטל פֿון דער אַמעריקאַנער דעלעגאַציע, און װויפֿיל אומדירעקט--נעם איך זיך ניט אונטער אין דעם מאָמענט צו זאָגן. עס איז קלאָר אַז די צוגרייטונגען װערן נעמאַכט אַזױ, אַז פֿון די פֿאַראײניקטע
שטאַטן זאָל קומען, מיט קליינע אויס- נאַמען, אַ. ציוניסטישע דעלעגאַציע.
אונדזערע פֿאַרשלאַגן.
פֿונדעסטװעגן װאָלט געווען פֿאַלש, אַז מיר זאָלן מינימיזירן די באַדייטונג פֿון אָט-דעם קאָנגרעס. שוין דער פֿאַקט אַליין װאָס צום ערשטן מאָל װעלן די פֿאַראײניקטע שטאַטן קומען מיט איי- ניקע פֿאַרטרעטער פֿון אַנדערע ריכ- טונגען אין דעם יידישן לעבן איז שוין אַן אָפּנויג פֿון יענער פּאָליסי, װאָס איז - דורכגעפֿירט געװאָרן אין 1936 (טראָץ דעם װאָס די באַטײיליקונג פֿון די יידי" שע מאַסן איז דעמאָלט געווען אַ פֿיל ברייטערע), שוין דאָס אַליין װאָס די אײיראָפּעאישע לענדער װעלן אָן ספֿק זיין פֿאַרטראָטן דורך אַ באַדײיטנדיקע צאָל דעלעגאַטן װאָס װעלן פֿאַרטרעטן אַלע ריכטונגען אין דעם יידישן לעבן; דאָס װאָס מיר װעלן קאָנען אויף דעם
די בייטש פֿון היטלעריזם פֿאַרפֿאָלגט נאָך די היימלאָזץ יידן,
וועלט-צוזאַמענפֿאָר מיט דער הילף פֿון די אײיראָפּעאישע דעלעגאַטן באַ- אײינפֿלוסן דעם קאָנגרעס צו פֿאַרהאַנד- לען די ברענענדיקע פּראָבלעמען פֿון דעם יידישן לעבן און באַזונדערס די נאָך-מלחמהדיקע פּראָבלעמען -- אָט דאָס אַלץ מאַכט דעם צווייטן אַלװעלט- לעכן יידישן קאָנגרעס פֿאַר אַ העכסט וויכטיקע געשעעניש אין יידישן לעבן
אונדזער אָרדן קלייבט זיך פֿאָרצן- שלאָגן פֿאַר דעם אַלװעלטלעכן יידישן קאָנגרעס די פֿאָלגנדיקע פּונקטן צו פֿאַרהאַנדלען;
1 פֿאַנאַנדערלאָזן און ליקווידירן.
די איבערבלייבעכצן פֿון פֿאַשיזם, די ;די. פּי."-קעמפּס, דער אַלוועלטלעכער יידישער קאָנגרעס מוז זיך שטעלן פֿאַר אַ ציל אױפֿצואװעקן דעם געוויסן פֿון דער וועלט און פֿאַרענדיקן דאָס טרױי- עריקע קאַפּיטל פֿון אַ פֿערטל מיליאָן יידן, װאָס געפינען זיך נאָך אַלץ אין די קעמפּס, קריגן פֿאַר זיי אַ מקום- מקלט אַז זיי זאָלן קאָנען אײנאָרדענען זייער לעבן און פֿאַרגעסן יענע שרעק- לעכע עפּאָכע.
2 די פֿראַגע ועגן נאַציאָנאַלע און אינטערנאַציאָנאַלע געזעצן און אָפּ- מאַכן קעגן אַנטיסעמיטיזם. עס איז שוין איצט קלאָר פֿאַר אַלעמען, אַז כּדי אוױיסצוראָטן דעם פֿאַשיזם מוז מען גלייכצייטיק פֿאַרניכטן זיין צווילינג- ברודער -- דעם אַנטיסעמיטיזם. דער וועלט-קאָנגרעס קאָן זיין אינסטרומעג- טאַל אױפֿצוהױבן אַן אינטערנאַציאָנאַלע אַקציע קעגן אַנטיסעמיטיזם, כּדי װאָס שנעלער פּטור ווערן פֿון אָט-דער שרעק- לעכער מכֹּה. דאָס איז פֿאַרן וואוילזיין ניט נאָר פֿאַר די יידן, נאַר אויך פֿון דער וועלט בכלל.
13
3 דער ועלט-קאָנגרעס זאָל גע פֿינען אַ לייזונג פֿאַר די פּראָבלעמען פֿון דעם יידישן ישוב פֿון פּאַלעסטינש װאָס זאָל זיין באַזירט ניט אויף דער פּאַרטײאישער פּראָגראַם פֿון ציוניזם, נאָר אויף אַ ברייטער פּראָגראַם פֿאַר אַ פֿרייער, דעמאָקראַטישער פּאַלעסטי- נע, אין וועלכער די רעכט פֿון ביידש פֿעלקער, יידן און אַראַבער, זאָלן גאַ- ראַנטירט וװוערן און אין וועלכער די יידן זאָל דערמעגלעכט וערן צו בויען זייער נאַציאָנאַלע יידישע היים,
4 דער יידישער וועלט-קאָנגרעס דאַרף דורכפֿירן די פּראָגראַם װאָס איז אָנגענומען געװאָרן אין אַטלאַנטיק סי- טי אויף אַ ספּעציעלער אינטערנאַציאָ- נאַלער קאָנפֿערענץ פֿון דעם יידישן וועלט-קאָנגרעס, צו העלפֿן װאָס שנע- לער אױפֿבױען די צעשטערטע יידישע ישובים אין אַלע לענדער,
מיינט דאָס אַז מיר פֿאַרשטעלן דעם וועג פֿאַר באַטראַכטן אַנדערע וויכטי- קע פּראָבלעמען אין דעם יידישן לעבן? ניין, פּונקט פֿאַרקערט. מיר האַלטן אָבער אַז אֶט-די פֿיר פּראָבלעמען דרינגען אַרױס פֿון די סאַמע נויטן פֿון די יידן איבער דער ועלט און אַז די פֿיר פּונקטן מוזן פֿאַרנעמען אַ צענט- ראַלן אָרט,
דעמאַקראַטיזאַציע פֿון דעם קאָנגיעט /
כּדי צו קאָנען מיט דערפֿאָלג לייזן פּראָבלעמען װאָס עקזיסטירן אין דעם יידישן לעבן, איז אומבאַדינגט נויטיק אַז דער װעלט-קאָנגרעס זאָל געבויט ווערן אויף ברייטע דעמאָקראַטישע יסודות. נאַטירלעך דאַרף די דעמאָקראַטיזאַציע פֿריער פֿאַר אַלץ זיך אָנפֿאַנגען אין די באַזונדערע לענדער. דער יידישער קאָ:-
גרעס אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן דאַרף זיך שטעלן פֿאַר אַ ציל ניט נאָר אָנצו- שליסן אַלע נאַציאָנאַלע יידישע אָרגאַ- ניזאַציעס, נאָר אויך צו האָבן הונדער" טער טויזנטער מיטגלידער און אָפּי טיילונגען אין יעדער יידישער געמייג- דע אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן. יעדע ריכטונג און שאַטירונג אין דעם יידישן לעבן דאַרף פֿאַרנעמען אַ פּלאַץ לויט
איר גרויס און אײינפֿלוס אין דער יידי".
שער געזעלשאַפֿטלעכקײט, און דאַרף זיך אָפּשפּיגלען אין דער פֿירערשאַפֿט.
דאָס װאָס מיר האָבן געזאָגט וועגן די פֿאַראײניקטע שטאַטן, קאָן געזאָגט ווערן וועגן אַלע אַנדערע טײַלן פֿון דער וועלט. מיר האָפֿן, אַז דער צוויי" טער װעלט-קאָנגרעס װעט אָננעמען דעמאַקראַטיזאַציע אין פּרינציפּ און טאַקע דורכפֿירן אַ ברייטע דעמאָקראַ- טיזאַציע אין דעם יידישן לעבן אַזױ אַז דער דריטער וועלט-צוזאַמענפֿאָר זאָל פֿאַרטרעטן אַלע שיכטן פֿון דער יידישער באַפֿעלקערונג אין אַלע לענ" דער,
די אַמעריקאַנער יידישע קאָנפֿערענץ
דעם 20סטן אױיגוסט און דעם 1טן סעפּטעמבער היינטיקס יאָר װעט אין שיקאַגאָ זיך פֿאַרזאַמלען די פֿערטע סעסיע פֿון דער אַמעריקאַנער יידישער קאָנפֿערענץ. די הױפּט-פֿראַגע װעס זיין צו באַשלי; צי די אַמעריקאַנער יידישע קאָנפֿערענץ זאָל ווערן אַ פּער- מאַנעטע קערפּערשאַפֿט, און אויב יאָ, אויף וועלכע יסודות זי זאָל געבויט ווערן.
מיט אָט די צויי פֿראַגן ראַנגלט זיך די קאָנפֿערענץ שוין פֿאַקטיש פֿון דעם טאָג אָן װאָס זי איז געבוירן גע-
װאָרן --- פֿון אָנהױב 1943, ביי יעדער איינער פֿון די סעסיעס װאָס זיינען דורך דער צייט אָפּגעהאַלטן געװאָרן, איז פֿאָרגעקומען אַ ביטערער קאַמף צווישן צוויי ריכטונגען: איין ריכטונג, וועלכע האָט געװאָלט אַז די קאָנפֿע- רענץ זאָל זיין אַ צייטווייליקע, זיך באַ- שעפֿטיקן בלויז מיט די מלחמהדיקע פּראָבלעמען פֿון די יידן אויף יענער זייט ים און זיך נאָכדעם אױפֿלײזן; די צווייטע ריכטונג, וועלכע האָט געװאָלט אַ פּערמאַנענטע צענטראַלע אָרגאַניזאַ- ציע פֿון די יידן אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן, װאָס זאָל אױפֿנעמען אַלע
| פּראָבלעמען װאָס רירן זיי אָן. ענדלעך
האָט זיך די דריטע סעסיע אין אָנהויב 6 געאייניקט אויף דער פֿאָלגנדי- קער רעזאָלוציע:
;עס ווערט אָנערקענט, אַז עס עק- זיסטירט אַ וייט-פֿאַרשפּרײטע פֿאָדע- רונג פֿאַר אַן אַמעריקאַנער יידישער אָרגאַניזאַציע װאָס זאָל זיין קאָמפּע- טענט צו רעדן אױטאָריטאַטיוו אין דעם נאָמען פֿון דער יידישער געמיינדע. און אַזױי װי די יידישע קאָנפֿערענץ איז ניט געגרינדעט געװאָרן אַלס אַ פּער- מאַנענטע אָרגאַניזאַציע, װוערט דער אינטערים - קאָמיטעט אינסטרואירט אױיסצופֿאַרשן די מעגלעכקייט צו עטאַ- בלירן אַ פּערמאַנענטע, דעמאָקראַטי- שע, רעפּרעזענטאַטיווע יידישע קער- פּערשאַפֿט, באַראַטנדיק זיך מיט פֿאַר- טרעטנדיקע יידישע אָרגאַניזאַציעס און
| שאַפֿנדיק אָפּמאַכן וועגן דעם כאַראַק"
14
טער און דעם פֿאַרנעם פֿון אַזאַ אָרגאַ- ניזאַציע מיט עקזיסטירנדיקע נאַציאָ- נאַלע אָרגאַניזאַציעס, און -- אין אייג- קלאַנג מיט אָט-די אָפּמאַכן --- פֿאָרצו- שלאָגן וועגן און מיטלען צו גרינדן אַזאַ אָרגאַניזאַציע?
צוֹ דער פֿערטער סעסיע בֿרענגט דער אינטערים-קאָמיטעט פֿון דער אַמעריקאַנער יידישער קאָנפֿערענץ אַ פּלאַן פֿאַר אַ פּערמאַנענטער אָרגאַני- זאַציע און שלאָגט אויך פֿאָר די יסן" דות אויף וועלכע די נייע אָרגאַניזאַ- ציע זאָל געבויט װערן. מיר גיבן דאָ אַ טײל פֿון דעם פֿאָרגעשלאָגענעם פּלאַן וועגן דער קאָנפֿערענץ, כּדי צו באַקענען אונדזערע דעלעגאטן מיטן אינהאַלט פֿון דער נײי-געפּלאַנטער אָר- גאַניזאַציע.
צילן און פֿאַרנעם
2 אַן אָרגאַניזאַציע, דעמאָקראַ- טיש געבויט און פֿאַרטרעטנדיק דעם אַמעריקאַנער יידישן ישוב, זאָל עטאַב- לירט וערן צו פֿאַרזיכערן און באַשיצן יידישע רעכט און צו אַרבעטן פֿאַר דעם אַלגעמײנעם וואוילזיין פֿון דעם יידישן פֿאָלק, סיי דאָ און סיי אין אױיסלאַנד, און צו פֿאַרגרעסערן די ביישטייערונג פֿון דעם יידישן ישוב צו דער אַמערי- קאַנער דעמאָקראַטיע.
א) אין אינטערנאַציאָנאַלע ענינים זאָל די אָרגאַניזאַציע רעדן אין נאָמען פֿון אַמעריקאַנער יידנטום, אין אַלע פֿראַגן פֿאַר דער רעגירונג פֿון די פֿאַר- אייניקטע שטאַטן און אַלע אירע אָפּ- טיילונגען, אַלערלײי אינטערנאַציאָנאַ- לע אַגענטורן און די פֿאַראײניקטע פֿעלקער, און אין אַלע אינפֿאָרמאַציץ- ענינים װאָס זיינען דערמיט פֿאַרבונדן, די אָרגאַניזאַציע זאָל זוכן צו קאָאָפּץ- רירן מיט אָרגאַניזירטע יידישע ישובים אין אַנדערע לענדער און מיט וועלכע עס איז אינטערנאַציאָנאַלע יידישע אַגענטורן װאָס װועלן עטאַבלירט ווערן אָדער װאָס זיינען שוין עטאַבלירט,
ב) אין אַלע פֿראַגן װאָס רירן אָן די רעכט און דעם סטאַטוס פֿון דעם יידישן פֿאָלק אין פּאַלעסטינע אָדער איר בויאונג, זאָל די אָרגאַניזאַציע זוכן צו קאָאָפּערירן מיט דער ידישער אַגענטור פֿאַר פּאַלעסטינע און קען בעטן פּעריאָדישע באַריכטן פֿון אָר" גאַניזאַציעס און אַגענטורן װאָס פֿאַר- נעמען זיך מיט טעטיקייטן אויף דעם געביט אין די פֿאַראײיניקטע שטאַטן,
ג) אין פֿאַרטיײידיקן אידישע רעכט אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן און אין קעמפֿן קעגן אַלע אַנטי-דעמאָקראַטי- שע כּוחות און טענדענצן אין דעם אַמעריקאַנער לעבן און אין באַקעמפֿן אַנטיסעמיטיזם אין אַלע זיינש פֿאָרמען, זאָל די אָרגאַניאַציע האַנדלען דורך אָנערקענטע יידישע אַגענטורן, װאָס זיינען פֿאַרבונדן מיט דער אָרגאַניזאַ- ציע און װאָס אַרבעטן אויף די געביטן,
און זאָל אָבער ניט אָנרירן זייער אוי-
טאָנאָמיע. עס וערט פֿאַרשטאַנען, אַז אַזעלכע אַגענטורן זאָלן איינגעלאַדן ווערן אָפּצוגעבן פּעריאָדישע באַריכטן צו דער אָרגאַניזאַציע, כּדי זי זאָל קע- נען באַטראַכטן זייערע פּאָליסיס און. זייער אַרבעט און רעקאָמענדירן פֿאָר- שלאַגן װוי אַזױ צו דערגרייכן זייערע צילן,
ד) אױפֿן געביט פֿון הילף און רע- האַביליטאַציש פֿאַר אוסלאַנד, זאָל די אָרגאַניזאַציע אַרבעטן דורך אָנערקענ- טע יידישע אַגענטורן, װאָס זיינען אַפֿי- ליאירט מיט דער אָרגאַניזאַציע און אַרבעטן אויף אָט-די געביטן, און זאָל אָבער ניט אָנרירן זייער אױטאָנאָמיע, עס װערט פֿאַרשטאַנען, אַז אָט- די אַגעטורן זאָלן איינגעלאַדן ווערן אָפּצו- געבן פּעריאָדישע באַריכטן צו דער
15
אָרדןדדעלעגאציע צו דער אַמעריקאַנער יידישער קאָנפֿערענץ. פֿון רעכטס: סעידי דאָראָשקין ; ה. שילער : אַ. שטראָוס (פּיטסבורג), ה. ב. ריטמאַן (שיקאַגאָ), בען גאָרדאָן, ריכטערין אַננא קראָס, ר. זאַלצמאַן, דזשאָרדזש סטאַר, און גדליה סאַנדלער, |
אָרגאַניזאַציע, כּדי זי זאָל קענען באַ- טראַכטן זייערע פּאָליסיס און אַרבעט און רעקאָמענדירן פֿאָרשלאַגן װי אַזוֹי צו דערגרייכן זייערע צילן",
אין די ווייטערדיקע טיילן פֿון דעם פּלאַן ווערן איבערגעגעבן די סטרוק- טור,. פֿאַרטרעטערשאַפֿט,. און אַנדערע אָרגאַניזאַציאָנעלע פֿאָרשלאָגן, װאָס האָבן צו טאָן הױפּטזעכלעך מיטן אֶר- גאַניזאַציאָנעלן געבוי פֿון דער ניי-גע- בוירענער אַמעריקאַנער יידישער קאָנ- פֿערענץ. עס איז קלאָר אַז אויסער דעם ערשטן פּאַראַגראַף װאָס דריקט אויס די פּרינציפּן דערקלערונג, זיינען די אַנדערע טיילן פֿון אַזאַ. כאַראַקטער אַז זי קאָנען ניט צופֿרידנשטעלן אונ-
18
דזער אָרגאַניזאַציע וועלכע האָט מיט לייב און לעבן געשטיצט סיי דעם גע- בורט, סיי די ריכטונג פֿאַר אַ פּערמאַ- נענטער פֿאַראײניקטער יידישער קער- פּערשאַפֿט,
מיר קאָנען ניט זיין צופֿרידן דער- פֿאַר, ווייל טראָצדעם װאָס די אַמערי- קאַנער קאַנפֿערענץ האָט באַװויזן אַרומ- צונעמען כּמעט אַלע נאַציאָנאַלע קער- פּערשאַפֿטן אין דעם יידישן לעבן אין אַמעריקע און האָט אַרײינגעצויגן הונ- דערטער טויזנטער יידן אין די לאָקאַלע געמיינדעס אין די ערשטע װאַלן פֿאַר דעלעגאַטן, און טראָצדעם װאָס זי איז געװאָרן דער אויסדרוק פֿון דער גרוי- סער מאַיאָריטעט יידן אין די פֿאַראײ-
ניקטע שטאַטן, זאָגט זי זיך אָפּ פֿון וערן באמת אַ מעכטיקע קערפּער-
שאַפֿט װאָס זאָל רעאַגירן אויף אַלע.
ברענענדיקע פּראָבלעמען פֿון דעם יידישן לעבן, נאָר לאָזט עס איבער צו אידיווידועלע אָרגאַניזאַציעס. זי באַ- נוגנט זיך מיט דעם װאָס די אָרגאַני- זאַציעס װעלן איינמאָל אין יאָר, אָדער איינמאָל אין זעקס חדשים, באַריכטן צו דער קאָנפֿערענץ און אָננעמען -- אָדער נישט אָננעמען -- די עצות װאָס די קאַנפֿערענץ װעט זיי געבן
מיר קאָנען אויך ניט זיין צופֿרידן פֿון דעם װאָס די פֿאָרשלאַגן פֿאַר דער אױפֿבויאונג פֿון דער נייער אָרגאַני זאַציע זיינען ניט באַזירט אויף די
ברייטסטע דעמאָקראַטישע יסודו, וועגן וועלכע עס רעדט דער ערשטער פּאַראַגראַף,
פֿאַרשטײט זיך, אַז אונדזער אָרדן וװועט פֿאָרזעצן זיך צו באַטײליקן סיי אין דער פֿערטער סעסיע, סיי אין דער ווייטערדיקער בויאונג פֿון דער אַמע- ריקאַנער יידישער קאָנפֿערענץ,. ניט קוקנדיק אויף דעם װאָס דער פּלאַן פֿאַר אַ פּערמאַנענטער אָרגאַניזאַציע שטעלט אונדז ניט צופֿרידן. מיר וועלן פֿאָרזעצן אונדזער קאַמף פֿאַר יידישער אייניקייט, מיר װעלן טאָן אַלץ װאָס איז אין אונדזערע כּוחות אַז די אַמע- ריקאַנער יידישע קאַנפֿערענץ זאָל ווערן דער באמתער אױסדרוק פֿון אַלע יידן אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן אַז זי זאָל קאָנען אױיפֿנעמען אַלע פּראָ- בלעמען װאָס רירן אָן דעם גרעסטן יידישן ישוב אין דער ועלט, אַז זי זאָל האָבן די פֿולע אויטאָריטעט צו פֿאַרטרעטן דעם ידישן ישוב און האַנדלען אין איר נאָמען
17
עס איז אויך אונדזער מיינונג אַז די אַמעריקאַנער יידישע קאָנפֿערענץ דאַרף ווערן אַ טייל פֿון דעם אַלװעלט- לעכן יידישן קאָנגרעס. דער פּראָיעקט װאָס ווערט פֿאָרגעשלאָגן פֿאַר דער קומענדיקער סעסיע איז, מיט אַלע חס- רונות, דאָך אַ זיג פֿון די עלעמענטן, װאָס האָבן געקעמפֿט און קעמפֿן פֿאַר אייניקייט אין דעם יידישן לעבן. מיר האָפֿן אַו די פֿערטע סעסיע װעט מאַכן נאָך אַי גרויסן טראָט פֿאָראױס אין אָט- דער ריכטונג,
"חי ברענענדיקע פּראָבלעמען
פֿון דעם גאַנצן גרויסן קאָמפּלעקס פּאָליטישטע פּראָבלעמען שילן זיך אַרױיס דוײי, װאָס זיינען די סאַמע ברע- נענדיקסטע אין דעם איצטיקן מאָמענט; 1) אַנטיסעמיטיזם;: 2) די עד, פּ"- קעמפּס; 3) דאָס וייטערדיקע לעבן פֿון דעם יידישן ישוב אין פּאַלעסטינע. לאָמיר אויף זייער אַ קורצן אופֿן באַ- טראַכטן אָט-די דריי פּראָבלעמען.
קאַמף קעגן אַנטיטעמיטיזם
פֿאַר די אַמעריקאַנער יידן און פֿאַר אַ צאָל אַנדערע יידישע ישובים איז דער אַנטיסעמיטיזם די גרעסטע מכּה; ער איז אַ מכּה ניט נאָר אױיפֿן יידישן קערפּער, נאָר אױפֿן קערפּער פֿון יעדן לאַנד און פֿון דער גאַנצער וועלט. אין אונדזער אייגענעם לאַנד הויבן אַנט סעמיטן זיך שוין אָן צו באַנוצן אַפֿילו מיט די רעקאָרדס פֿון דעם קאָנגרעס און סענאָט. צענדליקער אַנטיסעמיט- שע אָרגאַניזאַציעס, װאָס זיינען אין דער צייט פֿון די מלחמה-יאָרן געווען געצוואונגען אַרונטערצוגיין אונטער דער ערד, זיינען צוריק אַרוױיף אויף
דעם אױבערפֿלאַך. נייע אַנטיסעמיטי- שע אָרגאַניזאַציעס קומען אויף,
די אַנטיסעמיטן קריגן מוט פֿון דער אַלגעמײנער רעאַקציאָנערער כװאַליע איבערן לאַנד די פֿאַרפֿאָלגונגען קעגן די נעגערשע מאַסן האָבן זיך אויף אַן אומדערהערטן אופֿן פֿאַרשאַרפֿט,. ליג- טשערס וערן אָפֿן באַפֿרײט אין דער סאַוט, דיסקרימינאַציעס קעגן פֿרעמד- געבוירענע ווערן אַ. טעגלעכע טאַקטיק, אין אַזעלכע צייטן מוזן מיר באַזונדערס פֿאַרשטאַרקן דעם קאַמף קעגן אַנטיסע- מיטיזם, זען אַז געזעץ-פּראיעקטן קעגן אַנטיסעמיטיזם זאָלן אַריינגעברענגט ווערן אין יעדער געזעץ-קערפּערשאַפֿט פֿון לאַנד. דער קאַמף קעגן אַנטיסע- מיטיזם איז ניט נאָר אַ פּראָבלעם פֿאַר די יידן, נאָר אויך אַ פּראָבלעם פֿאַר אונדזער גאַנצן לאַנד, אַ פּראָבלעם פֿאַר אַלע פּראָגרעסיווע כּוחות אין די פֿאַו- אייניקטע שטאַטן, פֿירנדיק אונדזער קאַמף דירעקט קעגן אַנטיסעמיטיזם אין אַלע זיינע פֿאַרמען, טאָרן מיר אויף קיין איין מאָמענט ניט פֿאַרגעסן אַז מיר קאָנען ניט זיין דערפֿאָלגרײך אין אונדזער קאַמף קעגן אַנטיסעמיטיזם אויב מיר וועלן זיך ניט באַטײליקן אין דעם קאַמף קעגן לינטשערייען און פֿאַר די פֿולשטענדיקע רעכט פֿון די נעגער- שע מאַסן אויף אַלע געביטן פֿון אוג- דזער לעבן. פֿעדעראַלע געזעצן צו פֿאַרטײידיקן די רעכט פֿון די נעגערשע מאַסן און אַ פֿעדעראַלער געזעץ קעגן אַנטיסעמיטיזם דאַרף ווערן איינע פֿון | די צענטראַלע אױפֿגאַבן פֿאַר אונדזער גאַנצן אָרדן,
פֿאַר דעם 80סטן קאָנגרעס איז פֿאָרגעשלאָגן געװאָרן פֿון דעם קאָנ- רעסמאַן באָקלי פֿון ניו-יאָרק אַ געזעץ
18
(ה. ר. 2848), וועלכעס לויטעט טייל- ווייף /
; . . . דערמיט דער- קלערט דער קאָנגרעס אַז אַנטיסעמי- טיזם און פֿאַנאַטיזם זיינען מעכטיקע װאָפֿן אין די הענט פֿון די שונאים פֿון אונדזער לאַנד און זיינע אינסטיטו- ציעס, און אַז די שונאים פֿון אונדזער לאַנד און זיינע אינסטיטוציעס האָבן גענוצט און נוצן נאָך אַלץ די פּאָסט פֿון די פֿאַראײניקטע שטאַטן און די קאַנאַלן פֿון האַנדל סיי צװישן די שטאַטן און סיי אין אויסלאַנד צו פֿאַר- שפּרײיטן די געדאַנקען און די געפֿילן פֿון אַנטיסעמיטיזם, רעליגיעזן און ראַסן-האַס אױפֿן גרונט פֿון ראַסע, גלויבן אָדער קאָליר, און צעשטערן דערמיט די אייניקייט פֿון אונדזער נאַ- ציע, פֿאַרשפּרײטן צוויסטיקייטן צװוישן דער באַפֿעלקערונג, שטערן די נאָר- מאַלע קאַנאַלן פֿון האַנדל און קאָמערץ
אַ מוסטער פֿון אנטיסעמיטישער פּראַפּאַ- גאַנדע אין אַמעריקע,
און שעדיקן און פֿאַרדאַרבן דאָס עקאָנאָ- מישע לעבן פֿון אונדזער לאַנד?. דער אַמעריקאַנער יידישער אַרבע- טער קאונסיל פֿירט איצט אָן אַן ענער- גישע קאַמפּאַניע אַז אָט דער פּראָיעקט זאָלן ווערן אַ געזעץ פֿון לאַנד, אונ- דזער יידישער פֿאָלקס-אָרדן האָט זיך אָנגעשלאָסן אין דער אַקציע פֿון דעם אַרבעטער-קאונסיל צו זאַמלען הוג- דערטער טױיזנטער אנטערשריפֿטן אויף דער פּעטיציע פֿאַר דעם ביל, עס קאָן קיין ספֿק נישט זיין אַז דער יידי- שער פֿאָלקס-אָרדן, צוזאַמען מיט דער הילף פֿון אַלע אַנדערע נאַציאָנאַלע גע- זעלשאַפֿטן אין דעם אָרדן, קאָן זאַמלען אַ מיליאָן אונטערשריפֿטן, די 7טע קאָנװענשאָן פֿון דעם יידישן פֿאָלקס- אָרדן און די קאָנװענשאָן פֿון דעם גאַנצן אָרדן דאַרפֿן באַטראַכטן דעם קאַמף קעגן אַנטיסעמיטיזם, קעגן די פֿאַרפֿאָלגונגען אויף די נעגערשע מאַסן און פֿאַר זייער גלײיכבאַרעכטיקונג, און קעגן דיסקרימינאַציעס אויף פֿרעמד- געבוירענע בכלל, אַלס די סאַמע וויכ- טיקסטע פֿראַגן װאָס רירן אָן דעם סאַמע פֿונדאַמענט פֿון אונדזער לעבן.
ד, פּ. קעמפּט
מען רעדט זייער װינציק ביי אונדז אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן וועגן די היימלאָזע און פֿאַרװאָגלטע װאָס גע- פֿינען זיך אין די ,די. פּי.* קעמפּס אין דייטשלאַנד און אין אַנדערע ערטער. מען דערציילט ניט גענוג װעגן דער שרעקלעכער לאַגע דאָרטן. פֿון צייט צו צייט דערגייען צו אונדז שטיקלעך און ברעקלעך נייעסן, אָבער מען דערציילט אונדז ניט די גאַנצע געשיכטע. אין די פֿאַראַנטװאָרטלעכע אָרגאַניזאַציעס רעדט מען אויך זייער וינציק וועגן
19
דעם. און אויף װיפֿיל מען רעדט אאָ, איז דאָס בלויז אין די ענגע קרייזן, כּדי צופֿרידנצושטעלן ,דעם אייגענעם גע- וויסן" און אפֿשר כּדי צו קאָנען זיך פֿאַרענטפֿערן פֿאַר די ברייטע יידישע מאַסן,
ווען איך בין געווען אין אײיראָפּע פֿאַראַיאָרן, האָב איך בשום אופֿן זיך ניט געקאָנט דערשלאָגן צו קריגן אַ דערלויבעניש צו באַװכן די עד, פַּ"- קעמפּס כּדי צו זען מיט מיינע אייגענע אויגן די טראַגעדיע, װאָס איז אין יע- נער צייט געװאָרן אַלץ טראַגישער. צו- ליב אָט-דער לאַגע איז עס פֿאַרשפּרײט געװאָרן די שעדלעכע פּראָפּאַגאַנדע אין פוילן און אין אַנדערע לענדער פֿאַר ,יציאת אײיראָפּע?, איך האָב אָבער גע' האַט אַ געלעגנהייט צו הערן אַ באַריכט פֿון די דריי פֿאַראַנטװאָרטלעכע פּער- זאָנען פֿון דעם פֿראַנצױיזישן יידנטום, װאָס זיינען אין יענע טעג נאָר װאָס געהאָט געקומען פֿון די לאַגערן, וואו זיי האָבן געמאַכט אַן אויספֿירלעכע אונטערזוכונג וועגן דער לאַגע פֿון די יידן דאָרטןף .
מיר איז אַ לאַנגע צייט נאָכגעגאַנ- גען דער האַרצױײיסנדער געשריי פֿון די יידן אין די לאַגערן -- ;ראַטעװעט אונדז װאָס שנעלער אַרױס פֿון דאַנעט!* ,העלפֿט אונדז װאָס שנעלער אָנפֿאַנגען אַ פּראָדוקטיוו לעבן!* אַלע אָנװועזנדע אויף יענער באַראַטונג זיינן אױפֿגעטרײסלט געװאָרן. מיר האָבן אַלע געפֿילט אַז עס איז אודזער חוב צו טאָן אַלץ, כּדי אױפֿצוועקן די יידישע גע" זעלשאַפֿטלעכע מיינונג איבער דער וועלט, אױפֿצװועקן דאָס געוויסן פֿון די פֿאַראײניקטע פֿעלקער. מיר האָבן אַלע געפֿילט אַז מיר מוזן טאָן אַלץ אין
אונדזערע כּוחות צו העלפֿן אַרױסצו- ראַטעװען די יידן פֿון די ;ד, פּ"- קעמפּס.
יענע באַראַטונג האָט באַשלאָסן אַרױסצולאָזן אַ רוף צו אַלע יידישע געמיינדעס אין דער וועלט, אין וועלכן עס זאָל אין קורצן דערציילט ווערן די שרעקלעכע צרות,. די שוידערלעכש ליידן און דעם פֿאַרלאַנג, אַז יעדעס לאַנד זאָל מאַכן אַן ערנסטן פֿאַרזוך צו מאַכן אַ סוף צו דער שרעקלעכער ירושה װאָס דער פֿאַשיום האָט פֿאר אונדז איבערגעלאָזט. אַזאַ רוף איז אַרויסגעשיקט געװאָרן. ליידער איז אָבער דער רוף געבליבן אַ קול קורא במדבר, פֿאַרװאָס? עס איז שווער דעם ענטפֿער אַפֿילו אַרױסצולאָזן פֿון מויל; עס איז שװער אַריסצואװאַרפֿן אַזא באַשולדיקונג. אָבער דאָך מוזן מיר זאָגן, אַז צװישן די פֿירער פֿון די גרויסע יידישע אָרגאַניזאַציעס -- באַ- זונדערס אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן --וועלכע האָבן געדאַרפֿט נעמען די איניציאַטיוו פֿאַר אָט-דער גרויסער און וויכטיקער אַקציע, האָט געהערשט אַ מאָטיוו װאָס קען פֿאָרמולירט ווערן אין פֿאָלגנדיקן געדאַנק: ניט קוקנדיק אויף דער שרעקלעכער לאַגע פֿון די יידן אין די ;ד. פּ.? קעמפּס, מוז מען די קעמפּס אָנהאַלטן כּדי צו האָבן אַ רעזערוואואַר -פֿאַר דער אימיגראַציע קיין פּאַלעסטינע; און אויב צוליב דעם דאַרפֿן אַ פֿערטל מיליאָן יידן דורכגיין שרעקלעכע ליידן, איז דאָס גאַנץ באַ- רעכטיקט פֿאַר די אינטערעסן פֿון דעם יידישן ישוב אין פּאַלעסטינע.
וי אַנדערש קאָן מען אויסטייטשן דעם פֿאַקט, װאָס ס'איז שוין אַװעק איבער אַ יאָר זינט יענער שרעקלעכער אויסגעשריי האָט זיך דערהערט, און
20
וואוהין ?
דאָך איז כּמעט קיין זאַך ניט אונטער- גענומען געװאָרן צו העלפֿן לייזן אָט-די פּראָבלעם ? און ווען די פֿעדעראַציש פֿון די פּוילישע יידן אין די פֿאַראײ- ניקטע שטאַטן. װיסנדיק אַז כּמעט 90 פּראָצענט פֿון די יידן אין די עד, פּ."- קעמפּס קומען פֿון פּוילן, האָט אונטער" גענומען אַ קאָמפּאַניע אױפֿצוװועקן די יידישע עפֿנטלעכע מינונג צו דער טראַגישער לאַגע פֿון די יידן אין די קעמפּס, האָט מען זי אַטאַקירט עון איר אַרבעט סאַבאָטאַזשירט,
אָטידעם ענג-פּאַרטײיאישן, שעד- לעכן שטאַנדפּונקט פֿאַרבאַהאַלט